Nödvändiga cookies

Dessa cookies är nödvändiga för grundläggande funktionallitet, som t ex sidnavigering och readspeaker (lyssna). Utan dessa cookies kommer denna webbplats inte fungera. Dessa är obligatoriska och går ej att välja bort.

Ok
Cookie-inställningar

Den här webbplatsen använder cookies (kakor) för att ge dig en så bra upplevelse som möjligt. Vissa cookies är helt nödvändiga för att webbsidan ska fungera och är därför alltid aktiverade. I övrigt kan du själv välja vilka cookies du vill godkänna, för funktionalitet, statistik och marknadsföring. Vi behöver ditt samtycke till att spara cookies och data om ditt besök.

Välj vilka cookies du ger oss samtycke till genom att klicka på de kategorier som finns nedan och spara genom att klicka på "Godkänn utvalda". Vill du läsa mer om dessa klicka på "Visa detaljer".
Du kan när som helst ta tillbaka ditt samtycke eller ändra dina inställningar genom att klicka på cookie-inställningar, längst ner i sidofoten.

Du kan alltid läsa hur vi använder kakorna

detaljer
Nödvändiga cookies (8)

Dessa cookies är nödvändiga för grundläggande funktionallitet, som t ex sidnavigering. Utan dessa cookies kommer denna webbplats inte fungera. Dessa är obligatoriska och går ej att välja bort.

Namn ARRAffinity
Utfärdare www.sosalarm.se
Ändamål
Upphör Sessionscookie
Typ Förstapartscookie
Namn ARRAffinitySameSite
Utfärdare www.sosalarm.se
Ändamål
Upphör Sessionscookie
Typ Förstapartscookie
Namn ai_session
Utfärdare www.sosalarm.se
Ändamål
Upphör 30 minuter
Typ Förstapartscookie
Namn ai_user
Utfärdare www.sosalarm.se
Ändamål
Upphör 1 år
Typ Förstapartscookie
Namn ASP.NET_SessionId
Utfärdare www.sosalarm.se
Ändamål
Upphör Sessionscookie
Typ Förstapartscookie
Namn ConsentSettings
Utfärdare www.sosalarm.se
Ändamål
Upphör 1 mån
Typ Förstapartscookie
Namn _rspkrLoadCore
Utfärdare www.sosalarm.se
Ändamål
Upphör Sessionscookie
Typ Förstapartscookie
Namn ReadSpeakerSettings
Utfärdare www.sosalarm.se
Ändamål
Upphör 124 timmar
Typ Förstapartscookie
Funktionella (1)

Viktiga för att webbplatsen ska fungera korrekt. Det handlar till exempel om att du ska kunna logga in eller spara personliga inställningar till nästa gång du besöker sidan. Vi använder även vissa nödvändiga tredjepartsfunktioner som kan innebära behandling av din IP-adress, t ex i samband med att vi bäddar in grafik. De kan placeras ut av oss eller av en tredjepartsleverantör vars tjänster vi har lagt till på våra sidor. Om du inte tillåter dessa cookies kan det hända att vissa eller samtliga av dessa tjänster inte fungerar som de ska.

Namn Test
Utfärdare Test
Ändamål Test
Upphör
Typ
Statistik (4)

Dessa samlar in information om hur besökare använder vår webbplats, var besökaren har kommit från, och totalt antal besök. Vi använder informationen för att förbättra prestandan och innehållet på vår hemsida, genom att få veta vilka sidor som är mest och minst populära och se hur besökare flyttar runt på webbplatsen och kunna skapa en bättre användarupplevelse. Om du godkänner dessa cookies kan det innebära att viss data delas med de externa plattformsleverantörerna, inklusive vilken URL du har besökt, IP-adress och viss teknisk information.

Namn _pk_cvar*
Utfärdare www.sosalarm.se
Ändamål
Upphör 30 minuter
Typ Förstapartscookie
Namn _pk_id*
Utfärdare www.sosalarm.se
Ändamål
Upphör 13 månader
Typ Förstapartscookie
Namn _pk_ref*
Utfärdare www.sosalarm.se
Ändamål
Upphör 6 månader
Typ Förstapartscookie
Namn _pk_ses*
Utfärdare www.sosalarm.se
Ändamål
Upphör 30 min
Typ Förstapartscookie

ייִדיש

112 – נויט־נומער אין אַ נויט־פֿאַל װעגן לעבן, אײגנטום און נאַטור

דער נויט־נומער 112 זאָל מען ניצן אין אַ נויטפֿאַל װוּ עס איז דאָ אַ סכּנה פֿאַרן לעבן, דעם אײגנטום אָדער דער נאַטור. אַ נויטפֿאַל איז אַ סיטואַציע װוּ מען נײטיקט זיך שטאַרק אין הילף פֿון אַן אַמבולאַנס, אַ ראַטיר־קאָמאַנדע (למשל פֿײַער־לעשערס), די פּאָליצײ, אַ לופֿט־, ים־ אָדער באַרג־ראַטירער, אַ גלח אָדער טאָקסיש־אינפֿאָרמאַציע. אַלע עס־אָ־עס־טעלעפֿאָניסטן רעדן ענגליש. טאָמער, נײטיקט מען זיך אין אַן איבערזעצער, װעלן אַ דריטער פּאַרשוין זיך פֿאַרבינדן מיט אײַך.

איר קענט אַלע מאָל דעם נויט־נומער אָנקלינגען, פֿון אַ טעלעפֿאָן אָדער אַ צעלקע, אומעטום אין שװעדן. אַן עס־אָ־עס־טעלעפֿאָניסט װעט אײַך ענטפֿערן. ער שטעלט פֿראַגעס כּדי אײַך צו העלפֿן.

בײַשפּילן פֿון פֿראַגעס:

װאָס איז געשען?-

װוּ איז עס געשען?-

װאָס איז אײַער טעלעפֿאָן־נומער?-

דער עס־אָ־עס־טעלעפֿאָניסט שטעלט די דאָזיקע פֿראַגעס כּדי צו קענען שיקן די רעכטע הילף צום רעכטן פּלאַץ. ס'טרעפֿט זיך אַז דער עס־אָ־עס־טעלעפֿאָניסט מוזן שטעלן נאָך מער פֿראַגעס, אין משך פֿון דעם װאָס דער הילף־פּערסאָנאַל האַלט בײַם צוקומען צום פּלאַץ, כּדי צו צוגרײטן און װײַטער אינפֿאָרמירן.

גיט, אָבער, אַכט. מע טאָר נאָר אָנקלינגען 112 אין אַ נויטפֿאַל, װען מען נײטיקט זיך אין אַקוטער הילף. טאָמער, עס איז נישט דאָ אַזאַ נויטפֿאַל קענט אײַער טעלעפֿאָנישער קלונג פֿאַרשפּעטן די הילף צו אַנדערע מענטשן, װעלכע נײטיקן זיך שטאַרק אין הילף. טאָמער, איר נײטיקט זיך נישט אין אַקוטער הילף זאָל איר בעסער אָנקלינגען די פּאָליצײ, 14 114, דעם אינפֿאָרמאַציע־צענטער פֿאַר געזונט־אָפּהיט, 1177, אָדער דעם אינפֿאָרמאַציע־נומער פֿאַר גרויסע אַװאַריעס אָדער קריזיסן, 13 113.

112 פֿאַר די שטומע און די װאָס האָט אַ שװאַכע שמיעה

טאָמער, איר זענט טויב, שטום אָדער האָט אַ שװאַכע שמיעה קענט איר זיך שטעלן אין פֿאַרבינדונג מיט 112 דורך טעקסט־טעלעפֿאָן אָדער עס־עם־עס 112. איר מעגט יאָ, דערװײַליק, ניצן עס־עם־עס 112 אויב איר, אויף דערװײַל, האָט אַ שװאַכע שטים צוליב אַ װוּנד, צי עפּעס אַזוינס.

עס־עם־עס 112

טאָמער, מע האָט זײַן צעלקע רעגיסטרירט אויף עס־עם־עס 112, קען מען אין אַ נויטפֿאַך צושיקן אַן עס־עם־עס צו נומער 112 מיט אינפֿאָנמאַציע װעגן דעם געשעעניש. אין דער ערשטער מעלדונג זאָל מען דערצײלן װאָס איז געשען, װוּ עס איז געשען (קאָמונע און אַדרעס). נאָך דעם, װעט דער עס־אָ־עס־טעלעפֿאָניסט שטעלן אַנדערע פֿראַגעס דורך עס־עם־עס כּדי צו קריגן גענוג אינפֿאָרמאַציע צו שיקן די רעכטע הילף צום רעכטן פּלאַץ.

נאָר די טויבע, שטומע אָדער מענטשן װאָס האָבן אַ שװאַכע שמיעה קען ניצן עס־עם־עס 112, און מע דאַרף זיך רעגיסטרירן אויפֿן עס־אָ־עס־אַלאַרם װעבזײַטל. אויך אינסטיטוציעס, למשל, אינטערנאַטן, פֿאָרשולעס, קינדערגערטנער און אַזוי װײַטער, װוּ עס זײַנען דאָ טויבע קינדער, קענען ניצן עס־עם־עס 112.

עס איז דאָ װײַטער אינפֿאָרמאַציע דאָ: www.sosalarm.se/sprak/english/sms112-english/.

 

13 113 – אינפֿאָרמאַציע־נומער פֿאַר גרויסע אַװאַריעס אָדער קריזיסן

13 113 איז אַ נאַציאָנאַלער אינפֿאָרמאַציע־נומער. איר קענט אָנקלינגען דעם אינפֿאָרמאַציע־נומער 13 113 כּדי צו געבן אָדער קריגן אינפֿאָרמאַציע װעגן ערנצטע אַװאַריעס און קריזיסן. 13 113 איז אַ שטיץ פֿאַר קאָמונעס און אַנדערע אָרגאַניזאַציעס כּדי צו אינפֿאָרמירן דעם עולם װעגן ערנצטע אַװאַריעס און קריזיסן אין דער געזעלשאַפֿט. נאָר װעריפֿיצירטע אינפֿאָמאַציע איז דאָ אויף 13 113, דאָס הײסט אַז מען האָט גערעדט מיט, למשל, אַ קאָמונע כּדי צו קאָנטראָלירן אַז דאָס געשעעניש איז טאַקע געשען. כּדי צו אָנקלינגען פֿון אויסלאַנד ניצט מען +46773311313.

 

14 114 – די פּאָליצײ אין נישט אַקוטע סיטואַציעס

קלינגט אָן 14 114 װען עס האַנדלט זיך װעגן ענינים װעלכע זײַנען נישט אַ פֿאַרברעך אָדער אַ געשעעניש אין גאַנג. מע קען מעת־לעתיק אָנקלינגען, אַלע טעג פֿונעם יאָר. די טעלעפֿאָניסטן בײַ 14 114 רעדן אי שװעדיש אי ענגליש.

 

1177 – אַַ טעלעפֿאָן־באַזירטער אינפֿאָרמאַציע־צענטער פֿאַר געזונט־אָפּהיט

קלינגט 1177 אָן װען איר אַלײן אָדער אַ משפּחה־גליד איז קראַנק געװאָרן און איר נײטיקט זיך אין עצות פֿון אַ קראַנקנשװעסטער. מע קען אויך אָנקלינגען כּדי צו קריגן אינפֿאָרמאַציע װעגן װאָס פֿאַר אַ מין געזונט־אינסטאַנץ מע זאָל באַזוכן. מע קען לײענען װעגן קראַנקײטן, מעדיצין און באַהאַנדלונגען אויף www.1177.se.

1177 געזונט־װעגװײַזער איז שװעדנס טרעפֿאָרט פֿאַר אינפֿאָרמאַציע און הילף װאָס שײך געזונט און אָפּהיט. מע קען עס מעת־לעתיק געפֿינען אויף אינטערנעץ און טעלעפֿאָן.

 

אַ װיכטיקער אָנזאָג צום עולם

אַ װיכטיקער אָנזאָג צום עולם (VMA) איז אַ װאַרענונג צום עולם װאָס קען, למשל, האַנדלען זיך װעגןאַ גאַז־עמיסיע, אַ גרויסן פֿײַער, אָדער אַנדערע שװערע אַװאַריעס. די סיסטעם פֿאַר װאַרענונגען און אינפֿאָרמאַציע קען מען אויך ניצן צו אויפֿהײבן אַן אַלאַרם אָדער אַן אָנפֿלי־אַלאַרם, אויב דאָס לאַנד האַלט מלחמה.

מע גיט דעם עולם צו װיסן װעגן VMA אויף פֿאַרשײדענע אופֿנים:

דורכן אַלאַרם „װיכטיקער אָנזאָג צום עולם” (VMA) װאָס קלינגט מיט זיבן סעקונדעס לאַנגע סיגנאַלן, מיט 14 סעקונדעס שטילקײט צװישן די סיגנאַלן, אין משך פֿון, צום װײניקסטנס, 2 מינוט.

אַ װאַרענונג דורך טעלעװיזיע אָדער ראַדיאָ.-

אַ װאַרענונג דורך טעלעפֿאָן אין דעם אַקטועלן שטח.-

אַ װאַרענונג דורך עס־עם־עס צו צעלקעס פֿון מענטשן װאָס װוינען אין דעם אַקטועלן שטח.-

אַ װאַרענונג דורך עס־עם־עס צו צעלקעס װאָס זײַנען דאָ אין דעם אַקטועלן שטח.-

װי אַזוי טוט מען אין משך פֿון VMA?

װען מען הערט דעם סיגנאַל אָדער קריגט אַ װאַרענונג אויף טעלעפֿאָן זאָל מען:

לײענען און פֿאָלגן די אינסטרוקציעס.

אַרײַנגײן אין הויז.

פֿאַרמאַכן די טירן, די פֿענצטער און דעם װענטיליר־סיסטעם.

צוהערן צו שװעדישן ראַדיאָ פּע־4 פֿאַר װײַטער אינפֿאָרמאַציע.

אויף דער עס־װע־טע טעקסט־טעלעװיזיע, זײַטל 100, איז עס דאָ אינפֿאָרמאַציע װעגן װען עס איז יאָ אַ VMA  סיטואַציע, און מען קען לײענען נאָך מער אינפֿאָרמאַציע אויף זײַטל 599 װוּ מע פּובליקירט דעם זעלבן אָנזאָג װאָס מע האָט געמאָלדן אין ראַדיאָ.

מע זאָל נישט אָנקלינגען 112 כּדי צו קריגן אינפֿאָרמאַציע װעגן VMA, קלינגט בעסער אָן 13 113 אָדער לײענט אויף  www.krisinfo.se.

 

דער סיגנאַל „אַרויס פֿון סכּנה”

„אַרויס פֿון סכּנה” קלינגט אין משך פֿון 30-40 סעקונדעס.

 

צי לערנט איר זיך שװעדיש?

אויף www.sosalarm.se/viktiga-telefonnummer/112/utbildningsmaterial/sfi-material/texter-pa-enkel-svenska/  קענט איר זיך לערנען מער װעגן דעם נויט־נומער 112. דאָ לערנט מען זיך װעגן װי אַזוי 112 אַרבעט און װען מען זאָל אָנקלינגען דעם אינפֿאָרמאַציע־נומער 13 113, װאָס פֿאַר אַ מין הילף מען קען קריגן בײַם אינפֿאָרמאַציע־צענטער פֿאַר געזונט־אָפּהיט 1177 און די פּאָליצײס נישט־אַקוטן נומער 14 114.